chabad info | חב''ד אינפו
 שאלות נפוצותשאלות נפוצות   חיפושחיפוש   רשימת חבריםרשימת חברים   קבוצות משתמשיםקבוצות משתמשים   הרשמההרשמה 
 כרטיס אישיכרטיס אישי   התחבר כדי לבדוק מסרים אישייםהתחבר כדי לבדוק מסרים אישיים   התחברהתחבר 

מישהו בקיא ביידיש?

 
שליחת הודעה חדשה   תגובה להודעה    עמוד ראשי -> איש את רעהו יעזורו
צפה בנושא הקודם :: צפה בנושא הבא  
מחבר הודעה
יקרה
אורח





הודעהנשלח: א' 02 03, 2019 10:45 pm    
כותרת הודעה:
מישהו בקיא ביידיש?
תגובה עם ציטוט

אשמח לקבל קישור לתרגום או תרגום לאגרת חרסד. תודה !
אין ענטפער אויף אייער בריף פון י"א כסלו, אין וועלכען איר שרייבט פון די שוועריקייטען אין אייער איצטיקען ארט, און די סברא אוועקצופארען וכו',

און חאטש צוליב פארשטענדליכע טעמים האב איך ניט געוואלט דערמאנען דאס אונטען געשריבענע, אבער ויבאלד איר האט דאס ארויסגעבראכט אין אייער בריף, האב איך קיין ברירה, און מוז נעמען א שטעלונג צו דעם, נעמליך:

ווען אפילו עס וואלט געווען א גלייכע זאך אוועקצופארן פון אייער איצטיקען ארט, איז ניט פאסיג דאס באזעצען זיך אין דער שטאט וועגען וועלכער איר שרייבט, צוליב דעם פארשטארקען דעם שלום בית אין אלע הינזיכטען, דארפמען לעבען מיטן מאן און קינד שי' ניט נאהענט און אין דער זעלבער שטאט מיט די עלטערן שיחיו, און מ'זעהט דאס במוחש אין גאר מערסטע פאלען, אז עס ניט געוואונשען דאס, און צוליב פילע טעמים, וועלכע זיינען ניט אפהיינגיג פון אייך, איז אין אייער פאל איז דאס נאך אין א פיל שטארקערער פארם.

צו דער עצם פראגע, וואס איר האט שוועריקייטען, אין אייער איצטיקען ארט, איז נעמענדיק אין באטראכט, אז דער מוסד איז לפי ערך נאך א נייער, איז קיין וואונדער וואס מ'טרעפט אן אויף שוועריקייטען, און במילא ווירקט דאס אויף די באקוועמליכקייטען אין וועלכע עס נויטיקען זיך די וועלכע זיינען אין מוסד, אבער ס'איז קיין ספק, אז ווען איר און [אייער] מאן שי' וועלען קוקען אויף דעם מוסד, און זייער ארבעט אין עם, ניט ווי א גענייטע זאך און געצוואונגענע, און ניט ווי א זאך וואס מ'טוט דאס לטובת המוסד אדער אנדערע טעמים, נאר אז דאס איז אויך אייער טובה זעלבסט, וועט מען גיכער גרינגער קענען צונויפריידן זיך מיט די וועלכע האבן א שייכות צו דעם מוסד, און קענען לייכטער איינטיילען די ענינים.

ועוד ועיקר, און דאס איז דער הויפט פונקט, ווען איר וועט קוקען אויף דעם מוסד ווי געזאגט אויבען, איז קיין צווייפעל אז דאס וועט געבען די מעגליכקייט צו וואקסען סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, וואס אין א צווייטען ארט וועט קוים זיין די ענליכע מעגליכקייט, און איינע פון די טעמים איז ווי געזאגט פריער, אז דער מוסד איז נאך א נייער אין שטאט, און די שטאט האט פילע מעגליכקייטען אויף פערשידענע געביטען, און מיט דער געהעריגער ענערגיע ובשמחה ובטוב לבב, וועט איר האבען אין דעם הצלחה מופלגה סיי בגשמיות און סיי ברוחניות הן לטובת הפרט להם לעצמם והן לטובת הכלל.

דאס אויבען געשריבענע, איז באגרינדעט אויף ענליכע פארזוכן וועלכע זיינען געווען אין אנדערע שטעט, און דער רעזולטאט איז געווען ווי געזאגט אויבען, און דעריבער איז אפשר לויט אייער זעהען און אויך פון אנדערע, ניט וויסנדיג פון די אנדערע פארזוכען אדער נאר א אויבערפלאכליכע ידיעה איז ניט אזוי קלאהר די זאך, אבער דער פאקט איז ווי געזאגט אויבען.

דאס אלץ געשריבענע איז נאר פון שכל שטאנדפונקט און חשבונות ע"פ טבע.

אבער ניט ווייניגער וויכטיג איז, און אפשר נאך מער, דאס אריינטראכטען אין דעם אמת, אז דאס איז ארבעט אין א מוסד פון כ"ק מו"ח אדמו"ר נשיא ישראל, אויף וועמענס ער ווערט אנגערופען, און אז די ארבעט וועט געטאן ווערען במסירה ונתינה וטוב לבב, וועט דאס צוגעבען אין דער התעוררות רחמים רבים פון דעם בעל הציון הק' וואו איר וועט דערמאנט ווערען לתוספת ברכה והצלחה בכל עניניהם הן הכללים והן הפרטים.

בברכה לבשו"ט בכל האמור, און מיר שטייען דאך ערב י"ט כסלו, אויך לבשו"ט וועגען י"ט כסלו וחנוכה הבע"ל.
חזור למעלה
הצג הודעות קודמות:   
שליחת הודעה חדשה   תגובה להודעה    עמוד ראשי -> איש את רעהו יעזורו כל הזמנים הם שעון ארץ הקודש (GMT + שעתיים)
עמוד 1 מתוך 1

 
עבור אל:  
אתה יכול לשלוח הודעות בפורום זה
אתה יכול להגיב להודעות בפורום זה
אתה לא יכול לערוך את הודעותיך בפורום זה
אתה לא יכול למחוק את הודעותיך בפורום זה
אתה לא יכול להצביע למשאלים בפורום זה
אתה יכול להעלות קבצים בפורום זה
אתה יכול להוריד קבצים בפורום זה


Powered by phpBB © 2001, 2005 phpBB Group
Powered by phpBBHeb © 2002 phpBBHeb