מחבר הודעה
אורח
הודעהנשלח: ד' 12 19, 2018 11:13 am    כותרת הודעה: אדר"ח אדר תשי"ח] אין ענטפער אויף דיין בריוו פון כ

שלום אני צריך עזרה בבקשה בתרגום


אדר"ח אדר תשי"ח]

אין ענטפער אויף דיין בריוו פון כ"ב שבט, אין וועלכען שרייבסט אז "דער קאפ זאגט, אז קיין בעסערע הצעה קאן ניט זיין, אבער די הארץ זאגט אויף ניט". דו שרייבסט אבער ניט דעם טעם, פארוואס (די הארץ זאגט אויף) ניט.

בנוגע לפועל, איז בכלל אין עניני שידוכים פארנעמט די הארץ אן ארט מער ווי טפל.

דערפאר דארף מען האבן ווייניקסטנס א התחלה פון א המשכה צו דער זאך, אדער לכל הפחות א פארשטעלונג אז דאס וועט קומען. אויב אבער דאס פעלט, און די הארץ זאגט אויף ניט, דארף מען זיך דערמיט רעכענען.

וואס עס איז מיר ניט קלאר אין דיין בריוו איז וואס דו שרייבסט אז אויב די הארץ איז ניט טפל וכו' "וועל איך דארפן נאך ווארטן". - צי די כוונה איז צו ווארטן אויף אן אנדער הצעה, אדער אויף אן ענדערונג אין דער הצעה גופא, ובהתאם צו דעם וואס די מיינונג דערפון איז - דארף מען ענטשיידן וואס צו טאן ווייטער.

ויהי רצון אז דער אויבערשטער, וואס איז משגיח על כל אחד ואחת בהשגחה פרטית, זאל דיר פירן אין וועג ווי עס איז גוט באמת, ובטוב הנראה והנגלה.

ו'פג

Powered by phpBB © 2001, 2005 phpBB Group